די גרינע קוזינע

עס איז צו מיר געקומען א קוזינע
שיין ווי גאלד איז זי געווען די גרינע
בעקעלאך ווי רויטע פאמעראנצן
, פיסעלאך וואס בעטן זיך צו טאנצן

הערעלאך ווי זיידן וועב געלאקטע
ציינדלאך ווי פערעלאך געטאקטע
אויגעלאך ווי הימל בלוי אין פרילינג
ליפעלאך ווי קארשאלאך א צווילינג

ניט געגאנגען איז זי נאר געשפרונגען
, ניט גערעדט האט זי נאר געזונגן
. לעבעדיק און פריילאך יעדע מינע
אט אזא געווען איז מיין קוזינע

.און אזוי אריבער צענער יארן
, פון מיין קוזינע איז א טעל געווארן
פיידעס האט זי וואכן לאנג געקליבן
ביז פון איר איז גארנישט נישט געבליבן

היינט אז איך באגעגן מיין קוזינע
און איך פרעג איר ס’מאכסטו עפעס גרינע
זיפסט זי אפ און איך ליין איר מינע
, ברענען זאל קולאמבאס‘ מדינה